דאָס זאַמלבוך אױשװיץ

Cette notice fait partie du dossier: Dossier spécial en ligne. Autour du Recueil Auschwitz
Paru le : 24.05.2022

זומער 1945 האָט אַבֿרהם לעװיטע פֿון ברעזעװ, לעבן סאָניק, פּױלן, יעמאָלט אַ פּליט אין שטוטגאַרט, דײַטשלאַנד, איבערגעגעבן דעם װײַטערדיקן דאָקומענט דעם טשעפּלין מאָריס דעמבאָװיץ. דורך דער פֿאַרמיטלונג פֿון דיפּראָפֿעסאָרן אַבֿרהם יהושע העשל און מאַקס אַרצט פֿון דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו-יאָרק איז דערמאַנוסקריפּט איבערגעגעבן געװאָרן דעם ייִװאָ, און מיר דרוקן אים דאָ אָן שינויים אַפֿילו אין אױסלײג, בלױז אַ און אָ, פּאון פֿ אאַז”װ פֿירן מיר דורך סיסטעמאַטיש; מערניט אין דער פֿאָרבאַמערקונג זײַנען געמאַכט געװאָרן אַ פּאָר קלײנעסטיליסטישע תּיקונים. – רעד.

אין אָנפֿאַנג יאַנואַר ה”י, קורץ פֿאַר דער ליקװידאַציע פֿון דעם טרױעריקן פֿאַרניכטונגס־לאַגער אױשװיץ [אָשפּיצין, Oświęcim], האָבן עטלעכע ערנצטערע ייִנגלעך דאָרט פּראָיעקטירט צו שאַפֿן אַ מין זאַמלבוך א”נ “אױשװיץ” װוּ עסזאָלן זיך געפֿינען לידער, שילדערונגען און אײַנדרוקן פֿון דעם געזעענעם און איבערגעלעבטן. די העפֿטן, אין עטלעכעעקזעמפּלאַרן, האָט מען געזאָלט באַגראָבן אין פֿלעשער אין פֿאַרשײדענע ערטער, אױף די אַרבעטספּלעצער אױסערןלאַגער, דאָס אָנגעטרױען עטלעכע אָנשטענדיקע פּאָליאַקן, מיט װעלכע מען האָט צוזאַמען געאַרבעט און זײ בעטן, אַזװען די קבֿרים װעלן באַפֿרײַט װערן זאָלן זײ עס אַרױסנעמען פֿון דער ערד און עס איבערגעבן אין ייִדישע הענט.

די ייִנגלעך, פּונקט װי אַלע װאָס האָבן זיך געפֿונען אין אױשװיץ, זײַנען געװען איבערצײַגט, אַז זײ װעלן פֿון דאָרט מערנישט אַרױסקומען און דאָס געפּלאַנטע זאַמלבוך האָט געזאָלט זײַן אַ פּרוּװ אָפּצושפּיגלען זײערע לײַדן, אַן אױסדרוק פֿוןזײער פֿאַרביטערטקײט און אַ מין היתנצלות פֿאַר זײער לעבן װאָס האָט זײ אױסגעװיזן אַזױ שרעקלעך אומװירדיק איןאָנבליק פֿון די שױדערלעכע און בלוט־פֿאַרגליװערנדיקע רציחות פֿון די נאַצי־באַנדיטן, נאָך אײדער מען איז אין לאַגערגעקומען.

עס זײַנען שױן געװען אױפֿגעשריבן עטלעכע געלונגענע העברעישע שירים, פֿון אַן אונגערישן העברעישן משורר, אַהתנצלות אין ”אַ בריװ צו מײַן ברודער אין אַרץ־ישׂראל” און אַנדערע.

דאָס אַלץ איז נישט צו שטאַנד געקומען, װײַל מיט צװײ װאָכן שפּעטער איז דער לאַגער צוליב דער דערנענטערונג פֿוןדער רוסישער אַרמײ, עװאַקויִרט געװאָרן.

דאָס געשריבענע איז געבליבן בײַ די װאָס האָבן עס געשריבן, און דאָס װאָס קומט דאָ װײַטער האָט געזאָלט זײַן דיהקדמה צו דעם זאַמלבוך.

איך ענדער אין דעם טעקסט גאָרנישט, װײַל איך באַטראַכט אים װי אַ דאָקומענט, װאָס איז געשריבן געװאָרן װעגןאױשװיץ אין אױשװיץ גופֿא, עס איז געקוקט אױף דעם טױטלאַגער דורך די לאַגער־ברילן, ער איז אױך אַן אױסדרוק פֿוןדי געפֿילן פֿון אַ סך חבֿרים און מיטלײַדנדיקע, און איך מײן, אַז װי אַזעלכער דאַרף ער אױך האָבן אַ געװיסן װערט.

רואַן, פֿראַנקרײַך, דעם 14טן יוני 1945.

אײַנלײַטונג צו דעם פּראָיעקטירטן זאַמלבוך “אױשװיץ”

כ’האָב אַמאָל געלײענט, װעגן מענטשן, װאָס זענין אַפֿן נאָרד־פּאָל גיפֿאָרן און זײערע שיפֿן זענין צװישן די אײַז־קריִעסשטעקן געבליבן, זײערע ס.אָ.ס רופֿן זענין גיבליבן אָן ענפֿער. די שפּײַז האָט זיך זײ גיענדיקט, דער פֿראָסט האָט זײ איןזײַן קלעם גינומין, און אָפּגיריסענע פֿון דער װעלט, דערפֿרױרינע און פֿאַרהונגערטע האָבן זײ גיװאַרט אַפֿן טױט. דאָךהאָבן די מענטשן נישט אַרױסגילאָזט די בלײַשטיפֿט פֿון די פֿאַרשטאַרטע פֿינגער. זײ האָבן װײַטער נאָטירט אין זײערעטאָג־ביכער, פֿאַר זײערע אױגן האָט די אײביקײט גישװעבט.

װי גירירט בינך דאַן גיװען דערפֿון דאָס מענטשן אין אַזעלכע טראַגישע באַדינגונגען, װעלכע דאָס לעבן האָט אַזױאָנרחמנותדיק פֿאַרשטױסן, דער טױט האָט שױן זײַנע לאַפּיס אַף זײ אַרױפֿגילײגט, און די מענטשן האָבן זיך דאָך אַזױדערהױבן איבערן אײגינים גורל און זײער פֿליכט פֿאַר דער אײביקײט פֿאָרטגיזעצט.

מיר אַלע, װעלכע שטאַרבן דאָ אין דער פּאָלאַרדיקער אײַז־קאַלטער גלײַכגילטיקײט פֿון די פֿעלקער, פֿאַרגעסינע פֿוןװעלט און לעבן, האָבן דאָך אַ באַדערפֿיניש עטװאָס פֿאַר דער אײביקײט צו לאָזן, אױב נישט קײן פֿאָלקאָמעדאָקומענטן, איז מינדעסטנס ברעקעלעך דערפֿון, װי אַזױ מיר די לעבידיקע מתים האָבן גידענקט און גיפֿילט, גיטראַכטאון גירעט. אף די קבֿרים װאו מיר ליגן לעבידיק־פֿאַרשיטע, טאַנצט די װעלט אַ שדים־טאַנץ און מע פֿאַרטופּיט מיט דיפֿיס אונדזערע קרעכצן און הילפֿס־רופֿן, װען מיר װעלן שױן זײַן דערשטיקט, װעט מין זיך נעמין אונדז אױסגראָבן; מירװעלן שױן דעמלט נישט זײַן נאָר אונדזער אַף שבֿעה ימים צושפּרײט אַש, דאַן װעט יעדער קולטורעלער אוןאָנשטענדיקער מענטש האַלטן פֿאַר זײַן חובֿ אונדז צו באַדױערן און מספּיד זײַן. װען אונדזערע שאָטנס װעלן אַף דיעקראַנען און בימהן זיך באַװײַזן װעלן באַרימהערציקע דאַמין װישן מיט די פּאַרפֿורמירטע טיכלעך די אױגן און אונדזבאַקלאָגן׃ אַך, אומגליקליכע.

מיר װײסן׃ מיר װעלן לעבידיק פֿון דאַנין נישט אַרױס. אַף דעם טױער פֿון אָט דעם גיהנום האָט דער טײַװל אײגנהענטיקאױפֿגישריבן׃ “װאַרפֿט אַװעק די האָפֿנונג, איר אַלע װאָס קומט אַהער אַרײַן”. מיר װילן זיך מתװדה [זײַן], זאָל דאָס זײַןדער “שמע ישראל” אונדזערער פֿאַר די קומינדע דורות. דאָס זאָל זײַן די װידױ פֿון אַ טראַגישן דור, פֿון אַ דור װאָס איזנישט גיװען דערװאַקסן צו זײַן אױפֿגאַבע, װאָס זײַנע ראַכיטישע פֿיס האָבן זיך אונטערגיבראָכן אונטער דער שװערערלאַסט פֿון מאַרטירערטום װאָס די צײַט האָט אַף זײַנע פּלײצעס אַרױפֿגעלײגט.

און דעריבער׃ עס האַנדלט זיך אונדז דאָ נישט אין פֿאַקטן און ציפֿערן, אין זאַמלין טרוקינע דאָקומענטן – דאָס װעט מעןאָן אונדז טון. מען װעט אָן אונדזער מיטהילף אױך קענין צוזאַמענשטעלן די געשיכטע פֿון אױשװיטץ. װי אַזױ מע איז איןאױשװיטץ געשטאָרבן, דאָס װעלן בילדער, עדות און דאָקומענטן אױך דערצײלן. מיר װילן אָבער דאָ שאַפֿן אױך אַ בילד, װי אַזױ מע האָט אין אױשװיטץ “גילעבט”. װי אַזױ עס האָט אױסגעזעען אַ נאָרמאַלער דורכשניטליכער אַרביטס־טאָגאין לאַגער. אַ טאָג, װאָס איז אַ פּלאָנטער פֿון לעבן און טױט, פֿון שרעק און האָפֿנונג, פֿון רעזיגנאַציע און לעבענס־װילן. אַ טאָג, װאָס אײן מינוט װײסט נישט װאָס די נעכסטע ברענגט מיט זיך. װי מע גראָבט און מע האַקט אָפּ מיטן קילאַףשטיקער פֿונים אײגינים לעבן, בלוטיקע שטיקער, ייִנגע יאָרן און מע לאָדנט זײ סאַפּנדיק אַף דער לאָרע [משׂא־אױטאָ] פֿון דער צײַט, װעלכע סקריפּיט אַזױ יאָמערליך, גײט אַזױ ביטער שװער אַף די אײַזער[נ]ע רעלסן פֿון דילאַגער־באַדינגונגין. און פֿאַרנאַכט קיפּט [קערט מען איבער] מען די לאָרע אַ טױט־פֿאַרמאַטערטער אין טיפֿן אָפּגרונט. אַך װער װעט דאָס אַרױסנעמען פֿונים תּהום, אַזאַ פֿאַרבלוטיקטן טאָג צוזאַמין מיט זײַן שװאַרצן שאָטן, אַ מיט אַנגסטןבאַגאָסינע נאַכט, און עס דער װעלט װײַזן?

יאָ, עס װעלן מענטשן אַרױס פֿון דאַנין לעבידיקע׃ נישט־ייִדן. װאָס װעלן זײ דערצײלן װעגן אונדזער לעבן? װאָס װײסןזײ װעגן אונדזערע לײדן? װאָס האָבן זײ אין נאָרמאַלער צײַט גיװאוסט װעגן ייִדישער נױט? זײ האָבן גיװאוסט, אַז מירזענין אַ פֿאָלק פֿון ראָטשילדס. זײ װעלן אױך יעצט פֿלײַסיק צוזאַמינקלױבן די מאַרגאַרין־פּאַפּירן און װאורשט־בלעזלעךאון װײַזן׃ ייִדן האָבן זיך נישט־קשה געהאַט אין לאַגער. עס װעט זײ נישט גלוסטן צו גראַבלין אין מיסט־קאַסטן פֿוןזכּרון און אַרױסרופֿן דאָרט די שאָטנס די בלײכע, מיט די אױסגילאָשינע אױגן, װאָס האָבן זיך תּמיד־איבערגעשראָקינעאַזױ שטיל גישאַרט בײַ די בלאָקן און מיט די לעפֿל אין בלאָע פֿינגער גיקראַצט די פֿעסלעך פֿון זופּ. גיגראַבלט, צען מאָלמיט שטעקנס אַװעקגיטריבענע, אין די מיסט־קאַסטנס, זוכנדיק פֿאַרשימלטע ברױט־ברעקלעך. די אומגליקליכע, װאָסהאָבן װי די ליכטלעך גיצאַנקט און אױסגיגאַנגין נישט האָבנדיק די מעגליכקײט צו פֿאַרװירקליכן זײער אײנציקן טרױםפֿון כאָטש אײנמאָל זיך זאַט־עסן. די טױזנטער, אַף לאַגער־לשון אַזױ גירונפֿינע “מאָזל־מענער” לגבי װעלכע יעדער”כּלל־טוער” און לאַגער־פֿונקציאָנאַר האָט גיהאַלטן פֿאַר זײַן חובֿ מקײם צו זײַן די אױשװיטצער מצװה פֿון”עזובֿ־תּעזובֿ” – מע האָט זײ געהאָלפֿן – שטאַרבן. דאָס זענין זײ, די שװאַכע און אונבאַהאָלפֿינע, די טױזנטעראונבאַקאַנטע, װעלכע האָבן אַף זײערע שװאַכע פּלײצעס גיטראָגן דעם גאַנצן עלנט, די גאַנצע אכזריות און גרױל פֿוניםלאַגער. די גאַנצע – װײַל אױך דעם טײל פֿון די פּריװיליגירטע מוזן די שלעפּן, און זײ האָבן גישלעפּט אַזױ לאַנג, ביז זײזענין גיפֿאַלן און אַ פּאָר גיפּוצטע “קאַפּאָ”-שטיװאַלעך האָבן, װי דיא װערם, זײ אַף טױט צוטרעטן.

װעגן דעם װעלן זײ נישט דערצײלן, דען צו װאָס קאַליע מאַכן שטימונג און אַרױסרופֿן גישפּענסטער? בפֿרט ס’אײגענעגיװיסן איז אױך נישט איבריק רײן… בעסער רעדן װעגן די עטליכע זאַטע, װעלכע מע האָט גיכער גיקענט. אין דעםגאַנצן ים פֿון עלנט און אומגליק, זעען זײ נאָר די פּאָר פֿון אױװן־שװאומינדע אײל־טראָפּנס, װאָס זענין גיבליבן נאָך דערציהאַקטער שיף. יאָ, זײ, װען מיר בײַסן אונדזער אײגן לײַב, פֿאַר װײטאָג, זאָגן זײ, אַז מיר עסן פֿלײש צו דער זעט, אוןװען מע קעפּט אונדזערע עלטער זענין זײ אונדז מקנא, דאָס מיר װעלן די מלבושים קענין פֿאַרקױפֿן.

מיר מוזן אַלײן דערצײלן װעגן זיך. מיר גיבן זיך אָפּ אַ חשבון דאָס אַף אָפּשרײַבן און שאַפֿן אַזעלכעס, װאָס זאָלאָפּשפּיגלין און געבן אַן’אױסדרוק אונדזער טראַגעדיע פֿעלט אונדז כּוחות. אָבער – דאָס גישריבינע דאַרף בכלל נישטגיװאױגן װערן אַף דער ליטעראַרישער װאָג־שאַל. דאָס מוז באַטראַכט װערן װי אַ דאָקומענט און אַלס אַזעלכעס דאַרףגינומין װערן אין אַכט, נישט דער קינצטלערישער װערט פֿון דער זאַך, נאָר מען מוז באַריקזיכטיקן צײַט און אָרט. אוןצײַט איז׃ קורץ פֿאַרן טױט און אָרט׃ אַפֿן עשאַפֿאָט. נאָר פֿונים אַרטיסט אַף דער סצענע פֿאַרלאַנגט מין, ער זאָל שרײַעןװײנין און קרעכצן לױט אַלע כּללים פֿון דער קונסט. װײַל אים טוט נישט װײ, סוף כּל סוף װעט דאָך קײנער נישטפּרואװן צו קריטיקירן דעם באַטרעפֿנדן קרבן, דאָס ער קרעכצט צו הױך, אָדער װײנט צו שטיל.

און צו זאָגן האָבן מיר װאָס, הגם מיר זענין ליטעראַריש גינומין שטאַמלער. מיר װעלן דערצײלן װי מיר קענין, אַףאונדזער שפּראַך. אױך גאַנץ־שטומע, װען עס טוט זײ װײ קענין נישט שװײַגן, זײ רעדן דאַן, נאָר אַף זײער שפּראַך׃שטום־לשון. שװײַגן, דאָס טוען נאָר די באָנטשעס. די מאַכן אַ גיהײמניספֿולע מינע, װי זײ װאָלטן מי יודע װאָס צו זאָגןגיהאַט. נאָר ערשט דאָרט אױפֿן עולם־אמת, װאו פּאָזע און אָנשטעל גילט נישט מער זאָגן זײ אױס דעם סוד פֿון זײערלעבן – אַ בולקע מיט פּוטער!

*

דער שפּיל איז שױן צו ענדע. עס איז אָפּגיטאָן אַ גיגאַנטישע אַרביט אַנאַרביט פֿון דורות. יהודה איז אָפּגיװישט געװאָרןפֿון דער אױבערפֿלאַך פֿון דער ערד. מע פֿאַרלעשט שױן די גלאָװניעס. מע צונעמט די קױמינס, די קולטור־מאָנומענטןפֿונים נײַעם אײראָפּאַ, דער מוסטער בױ פֿונים נײַ־גאָטישן סטיל. מע װאַשט זיך שױן אָפּ די הענט און מע גײט מאַכן אַברכה “על כּסוי דם”, מילא מיט אַש איז דאָך אַ קנאַפּע דאגה בײַ אַזעלכע פֿינף ליכטיקע קרעמאַטאָריומס.

און די שחיטה איז גיװען אַ הומאַניטאַרע׃

אַ פּרעכטיקער זומער־טאָג. עס פֿאָרט אַ צוג “אױסגיזידלטע”. פֿי װאַגאָנען. די פֿענצטערלעך מיט שטעכל־דראָטפֿאַרקלאַפּט. אַף יעדן טרעפּל אַ סאָלדאַט אין פֿולער באַװאָפֿנונג. דורכן פֿאַרקראַטיװיטן פֿענצטערל קוקט אַרױס אַקינד. אַ ליכטיק פּנימל, קלאָרע תּמימותדיקע אױגן, דער בליק אַזױ נײַגעריק און דרײסט. עס אַנט קײן שלעכטס, עסזעט׃ אַ גרױס, ברײט־צועפֿנט קאָלירט בילדער־בוך׃ פֿעלדער און לאָנקעס, פֿאַרביקע – פּאָרן… װעלדער און סעדער, הײַזער און בױמער, רוקן זיך, קרײַזן אַרום אין אַ האַלב־ראָד און פֿאַרשװאונדן… פֿאַרבן גיסן זיך צוזאַמין אין אײן שטיק, און דאָס שטיק דרײט זיך אַ װײַלע, און באַלד גײט עס פֿאַרלױרן פֿאַרן אױג… מענטשן און פֿערד, קלײנטשיקע װילעבידיקע שפּילצײַג, באַװעגן זיך, גײען און שטײען דאָך אַף אײן פּונקט, נאָר דער פּונקט זעלבסט פֿאָרט אױך… – װאופֿאָרט דאָס אַלעס???…

פּלוצים לױפֿט אָן מיט רעש און אימפּעט אַ צוג װי אַ שװאַרצער טײַװל, ער פֿאַרשטעלט די פּאַנאָראַמע, פֿאַרלעשט די זוןאון מאַכט אָפּ אַ שטיקענדן רױך… די װאַגאָנין לױפֿן, אײנער װיל כאַפּן דעם אַנדערן… דורכן פֿענצטער קוקן אַרױסמענטשן אין מונדורן, אַזעלכע משונהדיקע, שװאַרצע, אין רױך אײַנגיהילטע, קוקן אױס עפּיס, װי נישט־גוטע… אַך, דעררױך… ער פֿאַרשטעלט אױך דאָס אַפֿילו… ענדלעך – דער צוג איז דורך און װידער ס’זעלבע בילד׃ פֿעלדער און װעלדער, לאָנקעס און גערטנער, בערג און טאָלן, פֿליסן זיך אַזױ רואיק און גימיטלעך, רוקן זיך אַף אַ ריזיקער טאַשמע, גײעןפֿאַרבײַ און פֿאַרשװאונדן ערגיץ אין דער װײַט… הײַזלעך און פּאַרקנס, בױמער און טעלעגראַפֿן־קלעצער שװאומין װידורך אַ גרױס גיװיטער אַװעק גישלעפּט. אַלץ גײט. אַלץ באַװעגט זיך, אַלץ לעבט, אַזױ מאָדנע װי אין די מעשׂהלעך װאָסדי מאַמע דערצײלט… װאוהין גײט דאָס אַלץ?…

אינװײניק זיצט די מוטער. דער קאָפּ צװישן די הענט. ס’גיזיכט פֿינצטער. ס’האַרץ קלאַפּט עפּיס אַזױ מאָדנע. פֿאַר דיאױגן לױפֿן פֿאַרבײַ בילדער פֿונים גאַנצן לעבן׃ קינדהײט, יוגנט, ס’קורצע פֿאַמיליען־גליק׃ הײם, מאַן, קינד, עלטערן־הױז, ס’שטעטל, פֿעלדער, װעלדער, גערטנער, אַלץ לױפֿט, מישט זיך דאָרט װי קאָרטן, אײן בילד טרײַבטס’אַנדערע, און אַף דעם אַלים אַ שװאַרצער פֿלעק׃ די הפֿקר־גילאָזינע חרובֿה װאױנונג, די צישטערטע פֿאַמיליען נעסט׃ציפּראַלטע טירן און פֿענצטער, אױפֿגיריסענע שענק, צובראָכן גישיר, אָנגיװאָרפֿינע צוטרעטינע מלבושים, דאָס אַלץגילאָזן אונטער זיך און יעצט׃ גיװאַלט, װאו פֿאָרט מין?!…

דער צוג גײט פּאַמעליך װי אַ לויִה־צוג. װי ער װאָלט װעלן די קרבנות זײער לעצטן כּבֿוד אָפּגעבן. אין צען מינוט גײט ערצוריק אַ לײדיקער. דער ייִדישער פּלוטאָקראַט און באָלשעװיסטישער ייִד, װאָס האָט זיך פֿאַרמאָסטן די אַרישע װעלט צופֿאַרניכטן איז שױן אַף אײביק אונשעדליך. די אױפֿלאָדינגס־קאָמאַנדאָ פּאַקט שױן די נאָך־װאַרימע קלײדער אַף דיאױטאָס, לאַאַוס, לאַאַוס, דאָרט אין יעקע־לאַנד איז אַף דער באַשטעלונג פֿון דער מלוכה אַ ייִנג קין־דל גיבױרן גיװאָרן, די רײַכס־קאַסע צאָלט פּרעמיען מלאָכה־געלט, קרופּ האָט שױן פֿאַר אים אַ ביקסל גרײט. פֿאַר אים פֿירט מין דאָסאַבֿרהמלעס װײַסע דורך ציטריקע מאַמע־האַנט אױסגיהאָפֿטינע העמדלעך.

און די װעלט? די װעלט טוט מסתּמא אַלעס װאָס זי קען. מע אינטערפּעלירט און מע פּראָטעסטירט, מע רופֿט צונױףקאָמיטעטן פֿון 5, 13 און 18, דער רױטער קרײץ קלאַפּט מיט די “צדקה תּציל ממות” פּושקע, די פּרעסע און ראַדיאָמאַכן הספּדים, דער ערצבישאָף פֿון קענטערבורי מאַכט אַן “אל מלא רחמים”, אין קלױסטערס זאָגט מען “קדיש” אוןדי װעלט בעלי־בתּימלעך טרינקין “לחיים” און װאונטשן זיך “מזל־טובֿ”, די נשמות זאָלן האָבן אַנ’עליה און מיר אַישועה.

*

דער שטריק איז פֿאַרװאָרפֿן אױפֿן האַלדז. דער תּליון איז גרױסמוטיק. ער האָט צײַט. ער שפּילט זיך מיטן קרבן. ערטרונקט דערװײַל אַ קופֿלע ביר. פֿאַרױכערט אַ ציגאַרעט, און שמײכעלט אַ צופֿרידינער. לאָמיר אױסנוצן דעם מאָמענט, װען דער הענקער איז מיטן זױפֿן פֿאַרנומין, די תּליה װעלן מיר אַלס שרײַב־טיש באַנוצן, און אױפֿצײכנין װאָס מיר האָבןצו זאָגן און דערצײלן.

אַלזאָ חבֿרים, שרײַבט, צײכנט קורץ און שאַרף, קורץ װי די טעג װאָס זענין אונדז גיבליבן צום לעבן און שאַרף װי דימעסערס װאָס װערן אין אונדזערע הערצער גיצילט. זאָלן בלײַבן אַ פּאָר בלעטלעך פֿאַרן ייִװאָ, פֿאַרן ייִדישןװײטאָגס־אַרכיװ, זאָלן עס אונדזערע בײַם לעבן גיבליבענע, פֿרײַע ברידער לײענין און אפֿשר װעלן זײ דערפֿון אױך עפּיסלערנען.

און מיר בעטן בײַם גורל׃

יהי רצון מלפֿניך, אינו שומע קול בכיות, טו אונז כאָטש דאָס – שתשים דמעותינו בנאדך להיות – באַהאַלט דיבלעטלעך פֿון טרערן אינים לאָגל פֿון זײַן, זאָלן זײ קומין אין ריכטיקע הענט און גיפֿינין זײער תּיקון.

ק. ל. אױשװיטץ, דעם 3טן יאַנואַר 1945